Yo mit alemen II – programme de séminaires virtuels en yiddish

אַ ריי אינטערנעץ־סעמינאַרן פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער פֿונעם 14טן מײַ ביזן 8טן יוני 2020

מיט שמעון נויבערג, יצחק ניבאָרסקי, אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע און קאַראָלינאַ שימאַניאַק

מיר קענען זיך דערווײַל ניט צונויפֿטרעפֿן אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, נאָר דערפֿאַר קענען ייִדישיסטן פֿון דער גאַנצער וועלט אָנטייל נעמען אין אַ ווירטועלן צונויפֿטרעף (דורך דער אַפּליקאַציע „זום“). לייענען, קלערן און שמועסן צוזאַמען אויף ייִדיש – איז דאָס ניט דאָס בעסטע מיטל זיך צו פֿאַרבינדן איבער מויערן און גרענעצן ?

איר קענט זיך אײַנשרײַבן אויף דער גאַנצער פּראָגראַם אָדער אויסקלײַבן וועלכע איר ווילט פֿון די 4 סעמינאַרן (יעדער סעמינאַר באַשטייט פֿון 4 וועכענטלעכע לעקציעס פֿון אָנדערטהאַלבן שעה, דהײַנו 6 שעה פֿאַר יעדן סעמינאַר.

אַלע סעמינאַרן זײַנען אויף ייִדיש.

פּראָגראַם 

1. אַן אַלט־ייִדיש ביכל וועגן אָפּהאַלטן אַ מגפֿה

סעמינאַר פֿון פֿיר לעקציעס, דאָנערשטיק 19 אַז’ ביז 20.30 אַז’ (פֿונעם 14טן מײַ ביזן 4טן יוני)
מיט שמעון נויבערג

צװישן די עלטערע װערק אױף ייִדיש זענען פֿאַראַן עטלעכע היסטאָרישע לידער, תּחינות אָדער רפֿואות־ביכער אין שײַכות מיט עפּידעמיעס.‏‎ איין ביכל איז אַפֿילו אין גאַנצן געווידמעט אָט דער טעמע : עצירת המגפֿה („אָפּהאַלטן די מגפֿה“), געדרוקט אין 1770 אין פֿראַנקפֿורט דאָדר, בשעת מע האָט מורא געהאַט אַז אַן עפּידעמיע װאָס האָט שױן געבושעװעט אין פּױלן קען אױסברעכן אױך אױף דער זײַט גרענעץ.‏‎ שמעון נויבערג, אַ ספּעציאַליסט פֿון דער אַלט־ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, וועט האַלטן פֿיר לעקציעס וועגן דעם בוך און אַנדערע טעקסטן וואָס זײַנען באַזונדערש אינטערעסאַנט צו לײענען איצט. דער סעמינאַר איז צוגעפּאַסט אויך פֿאַר תּלמידים וואָס האָבן ניט קיין דערפֿאַרונג מיט אַלט־ייִדישע טעקסטן. 

פּרײַז פֿאַרן גאַנצן סעמינאַר : 60 אייראָס.

אײַנשרײַבן זיך

2. זלמן שניאורס דערציילונגען וועגן שקלאָוו

סעמינאַר פֿון פֿיר לעקציעס, פֿרײַטיק 17 אַז’ ביז 18.30 אַז’ (פֿונעם 15טן מײַ ביזן 5טן יוני)
מיט יצחק ניבאָרסקי

דער פּאָעט, דערציילער און ראָמאַניסט זלמן שניאור (1886–1959) האָט אין זײַנע ווערק אָפּגעגעבן אַ גרויס פּלאַץ די געשטאַלטן און מינהגים פֿון זײַן היימשטאָט שקלאָוו, אין ווײַסרוסלאַנד, אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿון 19טן יאָרהונדערט. ער פֿאַרפֿלעכט אַרום זיי דערציילונגען וואָס זענען פֿול מיט הומאָר און קינסטלערישער פֿײַנקייט. דער סעמינאַר וועט זײַן איבער עטלעכע קאַפּיטלען פֿונעם באַנד „שקלאָווער קינדער“. יעדער קאַפּיטל איז פֿאַר זיך אַליין אַ ליטעראַרישער פּערל.

פּרײַז פֿאַרן גאַנצן סעמינאַר : 60 אייראָס. 

אײַנשרײַבן זיך

3. דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון דניאל טשאַרני

סעמינאַר פֿון פֿיר לעקציעס, זונטיק 17 אַז’ ביז 18.30 אַז’ (פֿונעם 17טן מײַ ביזן 7טן יוני)
מיט אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע

דניאל טשאַרני (1888–1959), פּאָעט און פּובליציסט, איז געבוירן געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד. ער איז געווען אַקטיוו אין פֿילצאָליקע ליטעראַרישע קרײַזן פֿון ביידע זײַטן אָקעאַן און האָט זיי באַשריבן אין פֿאַרכאַפּנדיקע זכרונות. כאָטש ער איז הײַנט צו טאָג ווייניקער באַקאַנט ווי זײַנע ברידער, דער קריטיקער שמואל ניגער און דער בונדישער טוער ברוך וולאַדעק־טשאַרני, איז ער אַ גאָר וויכטיקע פֿיגור פֿונעם ייִדישן קולטור־לעבן אין 20סטן י »ה. אויפֿן סעמינאַר וועלן מיר לייענען שטעלן פֿון זײַנע ווערק און באַטראַכטן פֿאַרשיידענע דאָקומענטן.

פּרײַז פֿאַרן גאַנצן סעמינאַר : 60 אייראָס.

אײַנשרײַבן זיך

4. דער ייִדישער רעפּאָרטאַזש אין 20סטן יאָרהונדערט

סעמינאַר פֿון פֿיר לעקציעס, מאָנטיק 19 אַז’ ביז 20.30 אַז’ (פֿונעם 18טן מײַ ביזן 8טן יוני)
מיט קאַראָלינאַ שימאַניאַק

די געשיכטע פֿונעם ייִדישן רעפּאָרטאַזש הייבט זיך אָן מיט י. ל. פּרצעס „בילדער פֿון אַ פּראָווינץ־רײַזע“ (1891), אָבער איר אמתע אויפֿבליצײַט איז אין 20סטן י״ה, אין דער צווישן־מלחמהדיקער תּקופֿה. דעמאָלט איז דער רעפּאָרטאַזש געוואָרן אַן אָפֿטער גאַסט אויף די שפּאַלטן פֿון דער ייִדישער פּרעסע און האָט זוכה געווען צו אַ סטאַטוס פֿון אַ קינסטלערישער פֿאָרעם. אין ראַמען פֿונעם סעמינאַר וועלן מיר זיך באַקענען מיט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿונעם זשאַנער : רײַזע־רעפּאָרטאַזש, מלחמה־רעפּאָרטאַזש, געריכט־רעפּאָרטאַזש און פֿאַרשיידענע מינים געזעלשאַפֿטלעכע רעפּאָרטאַזשן. מיר וועלן לייענען מוסטערן סײַ פֿון קאַנאָנישע טעקסטן, סײַ פֿון גאָר אומבאַקאַנטע, פֿאַרמלחמהדיקע און נאָכמלחהדיקע, פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי מלך ראַוויטש, רחל אויערבאַך, ש. ל. שנײַדערמאַן צי אסתּר קרייטמאַן. 

פּרײַז פֿאַרן גאַנצן סעמינאַר : 60 אייראָס.

אײַנשרײַבן זיך

אויב איר האָט פֿראַגעס : talmidim@yiddishweb.com

Yo mit alemen II

Programme de séminaires en ligne organisés par la Maison de la culture yiddish du 14 mai au 8 juin 2020.

Avec Simon Neuberg, Yitskhok Niborski, Akvilė Grigoravičiūtė et Karolina Szymaniak

À défaut de pouvoir nous réunir physiquement à la Maison de la culture yiddish, nous proposons aux yiddishistes du monde entier une rencontre virtuelle sur l’application Zoom. Lire, réfléchir et discuter ensemble en yiddish – quel meilleur moyen de se retrouver au-delà des murs et des frontières !

Vous pouvez vous inscrire à tout le programme, ou bien à ceux que vous voudrez des des quatre séminaires de six heures répartis en quatre sessions d’une heure et demie.

Les séminaires se déroulent entièrement en yiddish.

Programme

  1. Les épidémies dans la littérature yiddish ancienne

Séminaire de quatre séances, les jeudis de 19h à 20h30 (du 14 mai au 4 juin)
Avec Simon Neuberg

Dans la littérature yiddish ancienne, certains ouvrages médicaux, chansons historiques ou prières abordent le sujet des épidémies. Un petit livre y est même entièrement consacré: Atsiras-hamageyfe (« Arrêter l’épidémie ») paru à Francfort-sur-l’Oder en 1770, alors qu’une épidémie sévissait en Pologne et qu’on craignait qu’elle ne franchît la frontière. Simon Neuberg, spécialiste en yiddish ancien, donnera quatre cours au sujet de cet ouvrage et d’autres textes qui présentent un intérêt accru par comparaison avec la situation actuelle. Le séminaire est adapté même pour ceux qui n’ont jamais étudié la littérature yiddish ancienne.

Tarif : 60 €

S'inscrire

  1. Nouvelles de Shklov de Zalman Shnéour 

Séminaire de quatre séances, les vendredis de 17h à 18h30 (du 15 mai au 5 juin)
Avec Yitskhok Niborski

Le poète et romancier Zalman Shnéour (en yiddish : Zalmen Shneyer, 1886-1959) a fait une vaste place dans ses œuvres aux figures et coutumes de sa ville natale de Shklov, en Bielorussie, à la fin du 19e siècle. Les histoires qu’il noue autour d’elles se caractérisent par leur humour et leur raffinement artistique. Au séminaire on étudiera quelques chapitres de son volume « Shklover kinder », dont chacun est un véritable joyau littéraire.

Tarif : 60 €

S'inscrire

 

  1. Vie et œuvre de Daniel Tsharni

Séminaire de quatre séances, les dimanches de 17h à 18h30 (du 17 mai au 7 juin)
Avec Akvilė Grigoravičiūtė

Daniel Tsharni (1888–1959), poète et journaliste né en Biélorussie, était actif dans divers milieux littéraires yiddish de par le monde, sur lesquels il nous a laissé de précieux témoignages. Moins connu de nos jours que ses frères, le critique Shmuel Niger et le dirigeant bundiste Borekh Vladek-Tsharni, il était cependant une figure importante de la vie culturelle yiddish au XXe siècle. Au cours du présent séminaire, nous allons étudier des passages de ses œuvres, accompagnés d’autres documents.

Tarif : 60 €

S'inscrire

 

  1. Le reportage yiddish au XXe siècle

Séminaire de quatre séances, les lundis de 19h à 20h30 (du 18 mai au 8 juin)
Avec Karolina Szymaniak

L’histoire du reportage yiddish commence avec les « Tableaux d’un voyage en province » (1891) de Y.L.Peretz, mais le genre ne s’épanouit vraiment qu’au XXe siècle, dans l’entre-deux-guerres. C’est alors qu’on le trouve régulièrement dans les pages de la presse yiddish et qu’il atteint le statut d’une forme artistique. Au cours du séminaire nous découvrirons les variétés du genre : chronique de voyage, reportage de guerre, chronique judiciaire et différentes formes de reportages de société. Nous lirons des échantillons de textes consacrés et d’autres pratiquement inconnus, d’avant où d’après la guerre, dus à des auteurs comme Meylekh Ravitsh, Rokhl Oyerbakh, Sh.L.Shnayderman ou Esther Kreitman.

Tarif : 60 €

S'inscrire

 

Renseignements : talmidim@yiddishweb.com

Etudiants en difficultés financières peuvent demander une bourse : stipendyes@yiddishweb.com

Yo mit alemen II

A series of online seminars from the Paris Yiddish Center
May 14 to June 8, 2020

With Simon Neuberg, Yitskhok Niborski, Akvilė Grigoravičiūtė and Karolina Szymaniak.

Although, for the time being, we cannot meet at the Paris Yiddish Center, Yiddishists all over the world can still take part in virtual meetings, using Zoom. Reading, reflecting and discussing in Yiddish – what better way to come together beyond walls and across borders?

You may sign up for the entire program or choose whichever of the 4 seminars you prefer. Each one meets for an hour and a half, one day a week (i.e. 6 hours for each seminar).

All seminars are conducted entirely in Yiddish.

Program

1. Epidemics in Old-Yiddish literature

Seminar of 4 sessions, Thursdays from 7 to 8.30 p.m. (from May 14 to June 4)
By Simon Neuberg

A number of works in Old Yiddish literature – poems, prayers or remedy books – deal with epidemics. One small volume is entirely devoted to this subject: Atsires Hamageyfe (« Stopping the Epidemic »), printed in Frankfurt-am-Oder in 1770, at a time when an epidemic was raging in Poland and there was fear that it might cross the border. Simon Neuberg, a specialist in Old-Yiddish literature, will hold 4 classes on this book, along with supplementary texts, all of great interest at this particular time. The seminar is accessible to students without previous experience with Old Yiddish texts.

Price: 60 euros. 

Register

2. Zalman Shneur’s Shklov Stories

Seminar of 4 sessions, Fridays from 5 to 6.30 p.m. (from May 15 to June 5)
By Yitskhok Niborski

Zalman Shneur (1886-1959), author of poems, novels and short stories, whose work is in great part devoted to the characters and customs of Shklov, his Belorussian home town, in the latter years of the 19th century. Around this material he has crafted tales full of humor and artistic beauty. The seminar will focus on several chapters of the volume « Shklover Kinder », each of which is in itself a literary gem.

Price: 60 euros. 

Register

3. The life and works of Daniel Tsharni

Seminar of 4 sessions, Sundays from 5 to 6.30 p.m. (from May 17 to June 7)
By Akvilė Grigoravičiūtė

Daniel Tsharni (Charney, 1888-1959), poet and journalist born in Belorussia, was active in various literary circles on both sides of the Atlantic. These experiences he described in fascinating memoirs. Not as well-known as his brothers, the critic Shmuel Niger and the Bund activist Borekh Vladek-Tsharni, he was an important figure in Yiddish cultural life in the 20th century. In this seminar we will study passages from his works, accompanied by other documents.

Price: 60 euros. 

Register

4. 20th century reporting in Yiddish

Seminar of 4 sessions, Mondays from 7 to 8.30 p.m. (from May 18 to June 8)
By Karolina Szymaniak

The history of Yiddish reporting begins with « Pictures from a Provincial Journey » (1891) by I.L. Peretz, but its true blossoming came in the 20th century, in the interwar period. In those years such reporting appeared regularly in the columns of the Yiddish press, where its quality reached that of a true art form. During this seminar we will explore different varieties of the genre: travel writing, war reporting, judicial reports and different types of social reportage. Through a variety of samples written both before and after the war, we will discover a number of writers, some famous, others practically unknown, among them Meylekh Ravitsh, Rokhl Oyerbakh, Sh.L. Shnayderman or Esther Kreitman.

Price: 60 euros. 

Register

Laisser un commentaire

Votre adresse de messagerie ne sera pas publiée. Les champs obligatoires sont indiqués avec *